עס קומען קיין צוהר צענדליכע בחורים און מיידלעך וואס האבען זיך נעבעך פארבלאנדזשעט און ווילן צוריק קומען צום וועג. שטייען פאר די שווערסטע מינוטען אין זייער לעבן מיט א מורא׳דיגע ווייטאג אויף וואס זיי זענען אדורך געפאלן..
ס׳איז איבריג צו פארציילן ווי שווער ס׳איז אין אונזער קרייזן מיט דעם ׳סטיגמע׳ פון א צוריקגעקומענע, א ׳בעל תשובה׳. דאס קומט בנוסף צו די שוועריגקייטן פון אפלאזן טעכנילאגי, די שלעכטע חברים און צומאל די אדיקשעןס אין וואס זיי זענען נעבעך אריין געפאלן.
זיי דארפן מחליט זיין ווייטער וועלכער וועג צו גיין - רעכטס אדער לינקס. אפילו די עלטערן קענען זיי נישט העלפן.
זיי קומען אהער, אונז האבן פלאץ אנצונעמן זייער געוויין און זייער ווייטאג. אונז פראבירערן זיך וויניגער צו באטוען מיט די ווייטאג און פעין און מער איינצוזייען און איינפלאנצן א האפענונג אין א נייער לעבן.
יעדער יאר זעמיר זוכה צו ראטעווען בערך 3,000 בחורים און מיידלעך וואס א גרויסע טייל פון זיי קומען פון גאר היימישע שטובער.
פנים חדשות באו לכאן
איינער פון די בעסטע מיטלען צו ראטעווען די נשמות איז א סמינר. מען נעמט א האטעל מ׳נעמט דארט צוזאם אפאר הונדערט בחורים אדער מיידלעך במשך 72 שעה גייען זיי אדורך א מעמד הר סיני ממש. מ׳שאקלט אויף אלע זייער געווינהייטען אלע זייער מיינינגן און מנעמט זיי אריין אין א נייער וועג.
ס׳הייבט אן מיט ליבשאפט מיט שמייכלען מיט מוזיק און ס׳ענדיגט זיך בדרך כלל מיט א מורא׳דיגע יאמערליכע געוויין פון חרטה, תשובה, און קבלה מכאן ולהבא. זיי טוען זיך אן קאפל ציצית און בגדי צניעות, מיט א קבלת עול מלכות שמים.
די סעמימארן קאסטן אפ עפרות זהב ממש. די בחורים און מיידלעך געפונען זיך און אזא מצב זיי האבן נישט אפילו די מינימום הוצאות אויסצוצאלן.
ראטעווען זייער לעבן ממש, נישט נאר זייער רוחניות׳דיגע לעבן. ווייל בדרך כלל פאלן זיי אריין אין די געמיינסטע פלעצער וואס די לעבן איז אינגאנצן אטעל געלייגט. און דער לעבן קענט איר ראטעווען בגשמיות און אוודאי ברוחניות.
קענסט צוריק ברענגן א בחור אדער מיידל צו זיך אליין!.
געבסט א מתנה פאר אים, פאר זיינע עלטערן וואס וויינען ביטערלעך יעדן טאג און נאכט, מאכן נאס די קישענעס און תהילימ׳לעך אז די ריבונו של עולם זאל זיי צוריק ברענגן זייער קינדער אהיים. און קענסט צוריק ברענגן א מתנה פארן באשעפער.
כי איך אעלה אל אבי והנער איננו איתי
די ריבונו של עולם וואס זעט אז די געבסט א מתנה פאר זיינע קינדער, וועט אייך געבען א מתנה פאר דיר און פאר דיינע קינדער, ער וועט זען דיין אנשטרענגעניש - א ספאנסארשיפ פון $720 איז בעצם קליין געלט כלפי די זכות וואס מ׳קויפט זיך צאם, מיט ברכות פון געזינט, פרנסה, און נחת פון די אייגינע קינדער
שטיצט די עבודת הקודש פון "צהר" אין די ארבעט פון "קירוב קרובים“, ספאנסערט א סעמינאר פאר די פארלוירענע נשמות און זייט זוכה צו וייתן לך ה׳ בנים ובנות צדיקים וצידקניות
עוסקים בתורה ובמצוות כל ימיהם.